Σημειώσεις επεισοδίου
אין פרק י״ט פון הלכות אישות (הלכה א׳ ביז י״ג) ווערן געלערנט די צוויי תנאי כתובה וואס זענען נוגע פאר די קינדער נאכדעם וואס דער טאטע שטארבט: “כתובת בנין דכרין” – אז די זון ירש׳ענען זייער מאמע׳ס כתובה און נדוניה נאך פאר מען צעטיילט די איבריגע ירושה צווישן אלע ברידער, און “מזונות הבנות” – אז די טעכטער ווערן אויסגעהאלטן פון דעם טאטנ׳ס נכסים ביז זיי ווערן א בוגרת אדער האבן חתונה. דערביי ווערן אויסגעשמועסט די פרטים פונעם תנאי פון “מותר דינר” כדי נישט מבטל צו זיין די ירושה דאורייתא, דער חילוק צווישן ירש׳ענען די כתובה פונעם טאטן קעגן ירש׳ענען פון דער מאמען ווען זי איז געשטארבן נאך אים, און די השגות…
Ιστότοπος: yitzchoklowy.com

